עיון חיפוש אודות צור קשר התחברות English

על הדרך עץ עומד יידיש חוה אלברשטיין

רחל פרומן קומלוש

פתח ב-YouTube

×

על הדרך עץ עומד יידיש חוה אלברשטיין

רחל פרומן קומלוש · 3:35 · 2015-08-18 · 53,681
תיאור
מילים: יצחק (איציק) מנגר לחן: פיליפ לסקובסקי אויפֿן וועג שטייט אַ בוים, שטייט ער אייַנגבויגן; אַלע פֿייגל פֿונעם בוים זענען זיך צעפֿלויגן: דרייַ קיין מזרח, דרייַ קיין מערב, און דער רעשט קיין - דרום, און דעם בוים געלאָזט אַליין הפֿקר פֿאַרן שטורעם. זאָג איך צו דער מאַמע : "הער, זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן, וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי באַלד אַ פֿויגל ווערן". "איך וועל זיצן אויפֿן בוים און וועל אים פֿאַרוויגן, איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט, מיט א שיינעם ניגון". זאָגט די מאַמע : "ניטע, קינד", און זי וויינט מיט טרערן. "קענסט חלילה אויפֿן בוים מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן". זאָג איך : "מאַמע, ס´איז אַ שאָד דייַנע שיינע אויגן" - און איידער וואָס, און איידער ווען, בין איך מיר אַ פֿויגל. וויינט זי מאמע : "איציק קרוין, נעם, אום גאָטעס ווילן, נעם כאָטש מיט א שאַליקל, זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן. די קאַלאָשן נעם דיר מיט, ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער - און די קוטשמע טו דיר אָן, וויי איז מיר, און ווינד מיר. און דאָס ווינטער-לייבל נעם, טו עס אָן, דו שׁוטה, אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסט צווישן אַלע טויטע". כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער, צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן, האָט די מאַמע אָנגעטאָן, דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן. קוק איך טרויעריק מיר אַרייַן אין דער מאַמעס אויגן - ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט ווערן מיך אַ פֿויגל.. אויפֿן וועג שטייט אַ בוים, שטייט ער אייַנגעבויגן, אַלע פֿייגל פֿונעם בוים זענען זיך צעפֿלויגן.
🏠