עיון חיפוש תוכניות מופעים אודות מדריך צור קשר התחברות English

רייזעלע -רחל ציפריס- מילים ולחן- מרדכי גיבריטיג-פסנתר- אריה זקס -ביידיש 1970

רחל פרומן קומלוש

פתח ב-YouTube

×

רייזעלע -רחל ציפריס- מילים ולחן- מרדכי גיבריטיג-פסנתר- אריה זקס -ביידיש 1970

רחל פרומן קומלוש · 2:57 · 2021-04-09 · 562
תיאור
המידע אודות ההקלטה הועתק מקטלוג קול ישראל. מילים ולחן מרדכי גיבירטיג שטייט זיך דארט אין געסעלע שטיל פֿארטראכט א הייזעלע, דרינען אויפֿן בוידעם-שטיבל וווינט מײן טייער רייזעלע. יעדן אוונט פֿארן הײזל דריי איך זיך ארום, כ´גיב א פֿייף, און רוף אויס : רייזל, קום, קום, קום! עפֿנט זיך א פֿענצטערל, וואכט אויף ס´אלטע הייזעלע, און באלד קלינגט אין שטילן געסל א זיס קול, ס´רעדט רייזעלע : - נאך א ווײלע ווארט, מיין ליבער, באלד וועל איך זיין פֿריי, גיי זיך נאך א פאר מאל איבער - איינס, צוויי, דריי ! גיי איך מיר א פֿריילעכער, זינג און קנאק מיר ניסעלעך, הער איך אויף די טרעפלעך שפרינגען אירע דראבנע פֿיסעלעך, שוין אראפ פֿון לעצטן טרעפל, כ´נעם זי ליב ארום, כ´גיב איר שטיל א קוש אין קעפל - קום, קום, קום ! - כ´וויל דיך בעטן, דודל, זאלסט ארויף נישט פֿייפֿן מער. - הערסט, ער פֿייפֿט שוין - זאגט די מאמע, זי איז פֿרום, ס´פֿאדריסט זי זייער, פֿייפֿן, זאגט זי, איז נישט ײידיש, ס´פאסט נאר בלויז פֿאר זיי… גיב א צייכן פראסט אויף ײידיש - איינס, צוויי, דריי ! - כ´וועל פֿון היינט נישט פֿײפֿן מער, דרויף גיב איך א שבֿועהלע - דיר צוליב וועל איך אפֿילו ווערן פֿרום, מײן צנועהלה, כ´וועל זײן ווען דו ווילסט נאר, רייזל, ווי דײן מאמע פֿרום, יעדן שבת גיין אין קלייזל - קום, קום, קום ! - כ´גלייב עס דיר, מײן ליבינקער, און דערפֿאר דיר, דודל, שטריק איך א שיין תפילין-זעקל מיט א מגן-דודל, ווען געפֿעלן ס´וועט אין קלייזל, זאגן זאלסטו זיי: - ס´האט געשטריקט מיין ליבע רייזל - איינס, צוויי, דריי ! - כ´דאנק פֿאר דײן מתנה´לה, כ´ליב אזוי דיך, רייזעלע ! כ´ליב דײן מאמען, כ´ליב דאס געסל, כ´ליב דאס אלטע הײזעלע, כ´ליב די שטיינדלעך לעבן הייזל - טרעטסט אויף זיי ארום, הער, דײן מאמע רופֿט שוין: רייזל, קום, קום, קום ! גיי איך מיר א פֿריילעכער, זינג און קנאק מיר ניסעלעך, הער איך אויף די טרעפלעך לויפֿן אירע דראבנע פֿיסעלעך - ווידער שטייט פֿארטראכט דאס הײזל, ס´געסל - ווידער שטום. קום צו מיר אין חלום, רייזל, קום, קום, קום !
×

×

לסרטונים של הערוץ