עיון חיפוש תוכניות מופעים אודות מדריך צור קשר התחברות English

ים לידער רחל ציפריס- מילים- יהודה הלוי(על הים)-תרגום חופשי ליידיש ח נ ביאליק לחן משה שניאור 1970

רחל פרומן קומלוש

פתח ב-YouTube

×

ים לידער רחל ציפריס- מילים- יהודה הלוי(על הים)-תרגום חופשי ליידיש ח נ ביאליק לחן משה שניאור 1970

רחל פרומן קומלוש · 2:30 · 2021-04-09 · 329
תיאור
פסנתר- אריה זקס המידע אודות ההקלטה הועתק מקטלוג קול ישראל. הוקלט על-ידי קול ישראל. מסורת: אשכנזים :מזרח רחל ציפריס בליווי אריה זקס. שירו של ח. נ. ביאליק, "ים ליד" - תרגום חופשי של "על הים" מאת רבי יהודה הלוי - פורסם בעתונות היידית במזרח אירופה ב-1908. הלחן של שניאור פורסם ב-1917. (נאָך ר' יהודה הלוי) כ'האָב פֿאַרגעסן אַלע ליבסטע, כ'האָב פֿאַרלאָזט מײַן אײגן הױז; כ'האָב דעם ים זיך אָפּגעגעבן: טראָג מיך, ים, צום מוטערס שױס! און דו, מערבֿ־װינט געטרײַער, טרײַב מײַן שיף צו יענעם ברעג, װאָס מײַן האַרץ מיט אָדלער־פֿליגל זוכט שױן לאַנג צו אים אַ װעג. ברענג מיך נאָך אַהין בשלום, – נאָכדעם פֿלי זיך דיר צוריק, גריסן זאָלסטו אַלע ליבסטע און דערצײל זײ פֿון מײַן גליק. II אָנגעברוגזט האָט דער ים זיך און געקנײטשט זיך און געקרומט – פּלוצים האָט ער זיך צעבײזערט און ער װיגט זיך שױן און ברומט. און אָט לױפֿן שױן אַנטקעגן װילד און בײז מיט װײַסן שױם, כװאַליעס־לײבן, כװאַליעס־שלאַנגען, אױסגעװאַקסן פֿון דעם תּהום. אָט האָט זיך אַ טאָל געעפֿנט, אָט שטײט אױף אַ הױכער באַרג – פֿלאַטער, זעגל! בױג זיך, מאַסטבױם! דו, מײַן האַרץ, בלײַבסט פֿעסט און שטאַרק. האָסט אַ גרױסן גאָט אין הימל, ימים שפּאַלט ער מיט זײַן האַנט; אױף זײַן פֿליגל מיט זײַן שטורעם טראָגט ער דיך צום ליבן לאַנד. III מיט דער לבֿנה־שײַן פֿאַרזילבערט, װײַט רינצלט זיך דער װאַסער־שפּיגל; פֿאַרשפּרײט האָט זיך אױף אונדז די נאַכט מיט איר בלױ־סאַמעטענעם פֿליגל.
×

×

לסרטונים של הערוץ