×
Oifn pripetshik -בן ברוך יידיש מילים ולחן מרק ורשבסקי
רחל פרומן קומלוש
· 3:23
· 2022-09-13
· 720
תיאור
Oifn pripetshik
כתבה על בן ברוך
https://www.iemj.org/en/jacques-chalude-also-called-ben-baruch-the-multiple-face-artist/
זמרשת
https://www.zemereshet.co.il/song.asp?id=2648
אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
דעם אלף־בית.
רעפֿריין:
זאָגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טײַערע,
וואָס איר לערנט דאָ;
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל, און טאַקע נאָך אַ מאָל:
קמץ־אלף: אָ!
לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק,
אַזוי זאָג איך אײַך אָן;
ווער ס׳וועט גיכער פֿון אײַך קענען עבֿרי,
דער באַקומט אַ פֿאָן.
לערנט, קינדער, האָט נישט מורא,
יעדער אָנהייב איז שווער;
גליקלעך דער וואָס האָט געלערנט תּורה,
צי דאַרף אַ מענטש נאָך מער?
איר וועט, קינדער, עלטער ווערן,
וועט איר אַליין פֿאַרשטיין,
וויפֿל אין די אותיות ליגן טרערן
און וויפֿל געוויין...
אַז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפּן,
אויסגעמוטשעט זײַן,
זאָלט איר פֿון די אותיות כּוח שעפּן,
קוקט אין זיי אַרײַן!