Mayn Rue-Platz-מקום מנוחתי מירנה רבינוביץ' מילים מוריס רוזנפלד לחן עממי יידי ביידיש
×
Mayn Rue-Platz-מקום מנוחתי מירנה רבינוביץ' מילים מוריס רוזנפלד לחן עממי יידי ביידיש
רחל פרומן קומלוש
· 3:17
· 2022-11-12
· 366
תיאור
Mayn Rue-Platz (My Resting Place)
.קישור לביוגרפיה של מירנה רבינוביץ'
http://www.myrnarabinowitz.com/6.html
הערך מוריס רוזנפלד בויקיפדיה
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%95%D7%A8%D7%99%D7%A1_%D7%A8%D7%95%D7%96%D7%A0%D7%A4%D7%9C%D7%93
מילים מוריס רוזנפלד 1904
מײַן רועפּלאַץ
ניט זוך מיך, וווּ די מירטן גרינען!
געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ;
וווּ לעבנס וועלקן בײַ מאַשינען,
דאָרטן איז מײַן רועפּלאַץ.
ניט זוך מיך, וווּ די פֿייגל זינגען!
געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ;
אַ שקלאַף בין איך, וווּ קייטן קלינגען,
דאָרטן איז מײַן רועפּלאַץ.
ניט זוך מיך, וווּ פֿאָנטאַנען שפּריצן!
געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ;
וווּ טרערן רינען, ציינער קריצן,
דאָרטן איז מײַן רועפּלאַץ.
און ליבסטו מיך מיט וואַרער ליבע,
טאָ קום צו מיר, מײַן גוטער שאַץ;
און הײַטער אויף מײַן האַרץ דאָס טריבע,
און מאַך מיר זיס מײַן רועפּלאַץ.