Lucie Skeaping
המקור היידי לשיר רק ביום הולדת The burning bush ensemble · רחל פרומן קומלוש
×
Lucie Skeaping
המקור היידי לשיר רק ביום הולדת The burning bush ensemble - Lucie Skeaping מילים ולחן מרק ורשבסקי
רחל פרומן קומלוש
· 3:35
· 2023-02-15
· 691
תיאור
The Burning Bush -Traditional Jewish music
Klezmer, Yiddish and Sephardi songs, Hassidic and Oriental melodies
https://lucieskeaping.co.uk/the-burning-bush
Lucie Skeaping vocals; Ben Harlan clarinet; Roddy Skeaping violin; Jon Banks accordion, quanun, santur; Robin Jeffrey oud, guitar, drums; Rob Levy bass
שנת ההקלטה 1991
קישור לדף השיר בזמרשת
https://www.zemereshet.co.il/m/song.asp?id=990
מילים ולחן מרק ורשבסקי
העכער, בעסער,
די ראָד, די ראָד מאַכט גרעסער!
גרױס האָט מיך גאָט געמאַכט,
גליק האָט ער מיר געבראַכט,
הוליעט, קינדער אַ גאַנצע נאַכט, –
די מיזינקע אױסגעגעבן!
שלאָגט, קלעזמער, אין די טאַצן –
װער װעט אַצינד מיך שאַצן?
אױ-אױ, גאָט איז גרױס,
ער האָט דאָך געבענטשט מײַן הױז,
די מיזינקע גיב איך אױס –
די מיזינקע אױסגעגעבן!
שטאַרקער, פֿרײלעך!
דו די מלכּה, איך – דער מלך!
אױ-אױ, איך אַלײן
האָב מיט מײַנע אױגן געזען,
װי גאָט האָט מיך מצליח געװען –
די מיזינקע אױסגעגעבן!
דער טרײַער פֿעטער יאָסיע,
און די גוטע מומע סאָסיע,
האָבן מיר צום חתן-מאָל
טײַערע װײַנען אָן אַ צאָל
מיר געשיקט פֿון ארץ-ישׂראל –
די מיזינקע אױסגעגעבן!
מאָטל, שמעון!
די אָרעמע-לײַט זײַנען געקומען!
שטעלט זײ דעם שענסטן טיש,
טײַערע װײַנען, טײַערע פֿיש!
אױ-װײ, טאָכטער גיב מיר אַ קיש –
די מיזינקע אױסגעגעבן!
אײַזיק מזיק –
די באָבע גײט אַ קאָזאַק!
קײן עין-הרע, זעט נאָר, זעט,
װי זי טופּעט, װי זי גײט,
אױ, אַ שׂמחה, אױ, אַ פֿרײד –
די מיזינקע אױסגעגעבן!
איציק שפּיציק –
װאָס שװײַגסטו מיט דעם שמיציק?
אױף די קלעזמער טו אַ געשרײ!
צי שפּילן זײ, צי שלאָפֿן זײ?
רײַסט די סטרונעס אַלע אױף צװײ –
די מיזינקע אױסגעגעבן!